יידיש/שיעור א
שיעור א
אין די צייטן פון רבי חנינא בן דוסא האט געלעבט אין ירושלים א גרויסער צדיק מיטן נאמען נחוניא "חופר שיחין".
דער ביינאמען[1] "חופר שיחים" האט ער באקומען דערפאר וואס ער האט זיך איבערגעגעבן צו די אויפגאבע[2] צו פארזאגן די מאסן[3] עולי רגלים מיט וואסער צו טרינקען.
דורכדעם וואס ער פלעגט שטענדיק אויסגראבן[4] בורות זיי זאלן אנגעפילט ווערן מיט רעגן-וואסער און זיי איבערגעבן צום[5] צבור.
איין מאל איז זיין טאכטער פארבייגעגאנגען דורך איינעם פון די בורות, א טיפער בור. האט זי זיך א גליטש געטאן[6], און אריינגעפאלן. איז מען גלייך געלאפן צו רבי חנינא בן דוסא, און אים דערציילט. האט ער זיי געזאגט: "נישט פארצווייפלען[7], זי וועט ארויסגיין פון דארט פולקאם[8]".
ווען זי איז נאך אלץ פון דארט נישט ארויס, איז מען ווידערגעקומען צו אים. האט ער זיי ווידערגעגעבן דעם זעלבן ענטפער. צום דריטן מאל אז מען איז געקומען צו אים, איז שוין געווען אזא פארלויף פון צייט[9], אז אזוי לאנג טרינקענדיק זיך[10] אין וואסער קען מען שוין נישט בלייבן לעבן – האט זיי רבי חנינא געענטפערט:
"וואס ווילט איר זי איז שוין פון בור ארויסגעגאנגען".
די פארגאנגענהייט (עבר) | די קעגנווארט (הוה) | די צוקונפט (עתיד) | טייטש |
---|---|---|---|
ער האט באקומען | ער באקומט | ער וועט באקומען | קבל |
ער האט זיך איבערגעגעבן | ער גיט זיך איבער | ער וועט זיך איבערגעבן | התמסר |
האט זי זיך א גליטש געטאן | זי טוט זיך א גליטש | זי וועט זיך א גליטש טאן | החליק |
איז מען געלאפן | מען לויפט | מען וועט לויפן | רצו |
האט ער געזאגט | ער זאגט | ער וועט זאגן | אמר |
איז מען ווידערגעקומען | מען קומט ווידער | מען וועט ווידערקומען | חזרו שוב |
האט ער ווידערגעגעבן | ער גיט ווידער | ער וועט ווידערגעבן | נתן שוב |
ער האט געענטפערט | ער ענטפערט | ער וועט ענטפערן | ענה, השיב |
הערות שוליים
[עריכה]הסוגרים לפני המלה מציין האם המלה זכר או נקבה, והסוגרים אחרי המלה מציין את הרבים.
- ^ (דער) ביינאמען (ביינעמען) = (דער) צונאמען (צונעמען) = כנוי, שם לוי.
- ^ (די) אויפגאבע (ס) = תפקיד, משימה.
- ^ (די) מאסן = המונים. (די) מאסע = המון.
- ^ אויסגראבן = לחפור, לכרות, לקדוח באדמה. גראבן = לחפור.
(דער) אויסגראב (ן) = חפירה. (דער) גרוב (גריבער) = בור חפירה. - ^ צום = צו דעם.
- ^ האט זי זיך א גליטש געטאן = האט זי זיך געגליטשט. זיך גליטשן = להחליק.
- ^ פארצווייפלען = להתייאש, לאבד תקוה. (די) פארצווייפלונג (ען) = יאוש, חוסר תקוה.
- ^ פולקאם = מושלם, שלם, כליל השלימות.
- ^ פארלויף פון צייט = משך זמן.
- ^ טרינקען זיך = לטבוע. טרינקענדיק זיך = להיות טבוע. דערטרינקען = להטביע.
בהערה 8, מתאים גם "ללא פגע".